[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

וואל-מארט

פֿון װיקיפּעדיע
וואל-מארט
www.walmart.com

וואל-מארט איז די וועלט'ס גרעסטע ריטעיל קייט געשעפט און פארמאגט די מערסטע ארבייטער פון סיי וועלכע פירמע איבער די וועלט און אויך אין היסטאריע.

די גרינדונג פון וואל-מארט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וואל-מארט איז געגרינדעט געווארן דורך סעם וואלטן און זיין פרוי העלען וועלכע האבן אינוועסירט 95 פראצענט פון זייער פארמעגן ווען זיי האבן געעפענט זייער ערשטע געשעפט אין ראדזשערס, ארקענסעס, מיט'ן נאמען וואל-מארט מיט'ן ציל צו געבן ביליגע פרייזן. סעם איז ארומגעפארן דאס גאנצע לאנד און באטראכט אלע ריטעיל קייט געשעפטן און אראפגעשטעלט זיין קאנצעפט צו ברענגן די אמעריקאנער קאנסומער א וואן-סטאפ ריטעיל צענטער מיט די בעסטע פרייזן וואס מעגליך.

סעמ'ס חלום איז צושטאנד געקומען 30 יאר שפעטער ווען די פירמע האט זיך אויסגעברייטערט איבער'ן גאנצן לאנד און איז צעביסלעך אריבער אויסער די אמעריקאנער גרעניצן מיט'ן זעלבן סטיל און ציל. וואל-מארט פארמאגט היינט 1.3 מיליאן ארבייטער און מער פון 5,000 געשעפטן אין 10 לענדער. אין די לעצטע 10 יאר האט וואל-מארט שטענדיג איבערגעטריבן אירע אייגענע ערווארטונגן און געשטאנען אין איר בעסטע מצב יעדע ענדע יאר. אינעם לעצטן יאר האט וואל-מארט פארקויפט אין די ווערט פון 256 ביליאן דאלאר וועלכע איז געווען 26 ביליאן דאלאר מער ווי א יאר פריער. די פירמע האט פארדינט 9.1 ביליאן דאלאר און אירע סטאק שעירס זענען געשטיגן מיט 15 פראצענט.

וואלטן איז ערשט געווען א מענעדזשער אין א בען פרענקלין קייט געשעפט אין ניופארט, ארקענסעס וועלכע האט געארבעט מיט א פרענטשייס (יעדע געשעפט איז פריוואט). שפעטער האט ער אליינס געעפענט א בען פרענקלין געשעפט וועלכע ער האט גערופן וואלטן פינף און צען. ביז עטליכע יאר האט ער באוויזן צו מענעדזשן 15 אזעלכע געשעפטן און ווען בען פרענקלין האט נישט געקענט נאכקומען זיינע פארלאנגן האט ער געעפענט זיין אייגענע געשעפט אין ראדזשערס מיט זיין ברודער באד וועלכע ער האט גערופן וואל-מארט דיסקאונט סיטי.

ביז 6 יאר דערויף האט שוין וואלטן געהאט 18 וואל-מארט דיסקאונט סיטי געשעפטן און האט נאך אלס אבזערווירט די 15 בען פרענקלין געשעפטן. א יאר דערויף האט וואלטן אינקאאפערירט זיינע 18 געשעפטן און זיי נאמינירט אלס וואל-מארט סטארס. וואלטן האט אויפגעבויט א ריזיגע ווערהויז אין בענטאנוויל, ארקענסעס, פון וואו ער האט אפגעשיקט אלע סחורה צו זיינע געשעפטן וועלע זענען אלע געווען נאנט צו די ווערהויז.

אין יענע ערשטע יארן האבן אבער קעי-מארט און טארגעט געוואקסן פיל שנעלער ווי וואל-מארט און האבן זיך שנעל צעשפרייט איבער'ן גאנצן לאנד. וואל-מארט האט נישט געהאט גענוג געלט דאס צו באווייזן און האט נאר דעגרייכט אויפצושטעלן 18 געשעפטן אין אירע ערשטע 10 יאר. אין די צווייטע 10 יאר האט וואל-מארט ארויפגעלייגט שעירס אויפ'ן ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש און ביז די פריע 80'גער יארן האט זי שוין פארמאגט איבער 276 געשעפטן אין 11 סטעיטס. וואל-מארט איז געווען די ערשטע קייט געשעפט וועלכע האט אויפגעשטעלט א קאמפיוטערייזד אינווענטארי סיסטעם מיט וועלכע ער האט געקענט זיכער מאכן אז קיין איין פראדוקט גייט נישט ארויס פון סטאק.

א טיפישער בילד פון וואל-מארט.

די נעקסטע 10 יאר איז געווען וואל-מארטס געוואונטשענע יארן ווען זי האט זיך פארשפרייט איבער'ן גאנצן לאנד, דעגרייכנדיג 1,400 געשעפטן און א רעקארד 26 ביליאן דאלאר אין סעילס אין קאנטראסט צו איין ביליאן דאלאר אין סעילס 10 יאר פריער. אין 983' האט די פירמע געעפענט איר ערשטע סעמ'ס האלסעיל דיסקאונט קלאב וועלכע איז שפעטער באקאנט געווארן אלס סעמ'ס קלאב. אין 988' האט וואל-מארט געעפענט אירע ערשטע הייפערמארט געשעפטן אין דאלאס, טעקסאס, ווען זי האט אפגעקויפט קאלום קאמפאניס קייט געשעפטן און צום ערשטן מאל אין די היסטאריע געעפענט א געשעפט וועלכע האט אלעס פארמאגט, אריינגערעכנט אלעס וואס וואל-מארט האט, סופערמארקעט פראדוקטן, רעסטוראנט, בענק, רענטל, און נאך ביזנעסער. די סארט געשעפטן זענען שפעטער באקאנט געווארן אלס די וואל-מארט סופערסענטערס.

אין די מיטעלע ניינציגער יארן האט וואל-מארט אפגעקויפט מעקלעין, א גרויסע גראסערי קייט געשעפט, פאר 274 מיליאן דאלאר וואס האט איר געגעבן פרישע 50 דיסטריביושן צענטערן פון וואו זי זאל קענען סופלייען אירע געפלאנטע געשעפטן פאר'ן צוקונפט. די פירמע האט אויך אפגעקויפט האלסעיל קלאב פאר 162 מיליאן דאלאר און גענוצט די פירמע'ס 28 ווערהייזער פאר איר סעמ'ס קלאב אפטיילונג. וואל-מארט האט אויך אפגעקויפט 99 געשעפטן פון קעי מארט וועלכע איז געווען איר גרעסטע קאנקורענט אין יענע צייטן.

אין די קומענדיגע עטליכע יאר האט וואל-מארט זיך פארשפרייט אין קאנאדע, מעקסיקא, בראזיל, ארגענטינע, אינדאנעזיע, און כינע. אין מעקסיקא האט וואל-מארט אפגעקויפט דאס לאנד'ס גרעסטע ריטעיל פירמע סיפרא און געמאכט אלע אירע געשעפטן פאר וואל-מארטס. אין קאנאדע האט וואל-מארט אפגעקויפט די וואלקא דעפארטמענט'ס 122 געשעפטן און געעפענט וואל-מארט'ס אין יעדע פון זיי.

איינע פון וואל-מארטס גרעסטע סוקסעסן איז געווען אין די ניינציגער יארן ווען זי האט פארבאטן מוזיק רעקארדס פון אירע געשעפטן וועלכע זענען געווען געקלעבט מיט אומאיידעלע און שעדליכע לעבלס. מענטשן האבן געמיינט אז וואל-מארט איז אראפ פון זינען אבער אין די ענדע האט זי איבערגערעדט די מוזיק פירמעס צו מאכן ריינע רעקארדן פאר אירע געשעפטן וועלכע האט איר געברענגט מיליאנען נייע קונדן און היינט פארקויפט זי א צענטל פון אלע מוזיק רעקארדס אין אמעריקע.

אן ענליכע זאך האט וואל-מארט געטאן מיט פארמאסי פראדוקטן ווען זי האט געהאלפן די יו-עס דראג ענפארסמענט אדמיניסטראציע קעמפן קעגן די איבערפולס פון "אווער-די-קאונטער" דראגס דורך פארבאטן אסאך פון זיי אין אירע געשעפטן. אויך דעמאלט האט זי באקומען אסאך קריטיק אבער אין די ענדע האט דאס גאר געברענגט מער קונדן.

וואל-מארט'ס פיליזאפיע איז געווען פון די ערשטע מינוט צו געבן ביליגע פרייזן און נישט אדווערטייזן צופיל און איר הויפט ציל איז שטענדיג געווען, און איז נאך היינט, צו עפענען אירע געשעפטן אין קליינע שטעטלעך וואו די איינוואוינער האבן נישט קיין אנדערע ברירה ווייל עס איז נישט פאראן עפעס אנדערש. סעם וואלטן פלעגט אלס זאגן אז ער איז שוין מיד פון הערן וויאזוי מענטשן זאגן אים אז עס איז א שאד צו עפענען א וואל-מארט אין א שטעטל פון 50,000 איינוואוינער.

וואל-מארט באשטייט היינט פון וואל-מארט דיסקאונט געשעפטן, וואל-מארט סופערסענטערס, באד'ס דיסקאונט סיטי געשעפטן, און סעמ'ס קלאב ווערהאוז געשעפטן. יעדע וואל-מארט איז, ווי דאס ווערט אנגערופן אין אמעריקע, א דעפארטמענט געשעפט וועלכע פארקויפט הויז מעבל, אפלייענסעס, קליידונג, עלעקטראניקס, הארדוועיר, גארטן פראדוקטן, אויטאמאביל סופלייס, פארמאסיס, עסן, און פיל מער. די סופערסענטערס זענען א וואל-מארט אין צוגאב צו א סופערמארקעט מיט אלע ערליי עסן. די באד'ס געשעפטן זעענן 75 פראצענט וואל-מארט און די איבעריגע 25 פראצענט באשטייט פון מציאות וועלכע קומען פון די פאבריצירער ווי רעפורבישט, אדער אווערסטאק, אדער אנדערע זאכן וועלכע קענען אוועקגעגעבן ווערן פאר גאר ביליג. די סעמ'ס קלאב געשעפטן פארקויפן מערערע פראדוקטן אויפאיינמאל פאר בעסערע פרייזן. אלע קאסטומערס דארפן זיך איינשרייבן אלס א מיטגלידער וועלכע קאסט א מינימאלע אפצאל יעדעס יאר.


קריטיק אויף וואל-מארט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וואל-מארט נעמט איין אסאך קריטיק פשוט ווייל זי איז צו גרויס און נעמט אוועק אסאך ביזנעס פון די קלענערע געשעפטן. רוב וואל-מארט געשעפטן געפינען זיך אן קליינע טאונס וואו עס זענען בעפאר געווען קוים עפעס געשעפטן און ווען וואל-מארט איז אריינגעקומען האבן זיך אסאך פון די געשעפטן צוגעמאכט. יעדעס מאל ווען וואל-מארט האט געמאלדן אז זי וועט עפענען א געשעפט אין א שטעטל האט מען אויפגעהויבן א ויצעקו און די אייגנטומער פון די געשעפטן האבן שוין געוואוסט אז זיי זענען פארטיג.

וואל-מארט האט שוין אין די ערשטע יארן באשטימט א גאנצע שטאב מיט ספעציעליסטן וועלכע געבן זיך אפ מיט'ן אפשטילן די קריטיק און ארויסברענגן וואל-מארט אלס א פריינטליכע ביזנעס. וואל-מארט ארבייטער אין די קליינע שטעטלעך ווערן געלערנט צו זיין העפליך און אין יעדע שטעטל וואו וואל-מארט איז אריין האט זי אריינגענומען די לאקאלע פראדוקטן און מיט דעם אפגעשטילט די קריטיק.

אבער די הויפט קריטיק קומט גאר פון די וואס טוען ביזנעס מיט וואל-מארט. רוב פירמעס וואונטשן זיך צו פארקויפן פאר וואל-מארט און אין פאקט זענען פאראן הונדערטער ביזנעסער וואס ווען נישט וואל-מארט וואלטן זיי בכלל נישט געהאט קיין ביזנעס. וואל-מארט האנדלט זייער ווילד מיט אירע סופלייער און פארלאנגט פון זיי זייער אסאך נאר ווייל זי ווייסט אז יענער וועט נישט האבן קיין ברירה. פאר די מינדענסטע קלייניקייט איז וואל-מארט אומשטאנד אפצוזאגן א גאנצע ארדער וועלכע איז ספעציעל פראדוצירט געווארן פאר איר. א קליינע פירמע קען זיך אנפלאגן מאנאטן און אינוועסטירן גרויסע געלטער און אויב די סחורה וועט אנקומען 5 מינוט שפעטער וואו עס וואלט געברויכט אנקומען וועט דאס וואל-מארט קאלט אפזאגן און יענער וועט בלייבן ליגן מיט די סחורה.

וואל-מארט איז באקאנט אז זי צאלט גאר ווייניג פאר אירע ארבייטער און מיט דעם ברענגט זי אראפ די געהאלט פאר ארבייטער אויך אין אנדערע קייט געשעפטן. רוב פון אירע ארבייטער באקומען עפעס מער פון די מינימום געהאלט און כאטש זיי באקומען א שטונדע לאנטש ווערן זיי אבער נישט באצאלט דערפאר. זי גיט עפעס בענעפיטן און א 10 פראצענט דיסקאונט קארטל פאר זאכן וואס מען קויפט אין איר געשעפט.

וואל-מארט איז אויך באקאנט אלס א אנטי-יוניאן ווייל זי וויל צאלן די ביליגסטע וואס מעגליך און וויל זיין איר אייגענע באלעבאס אויף וואס יא און וואס נישט. אין אמעריקע איז נישט פאראן קיין איין וואל-מארט געשעפטן אין וועלכע די ארבייטער זענען אונטער א יוניאן אבער אין קאנאדע, וואו די יוניאן איז פיל קראפטיגער, האבן שוין עטליכע געשעפטן זיך פרובירט יוניאניזירן אבער וואל-מארט האט שטענדיג אונטערגעשטעלט א פיס און טייל מאל געטאן ווילדע שריט דאס צו פארהאלטן. אין יוני 2006 האט וואל-מארט געזען אז זי וועט נישט קענען שטערן א יוניאן אין א געשעפט אין א קליין שטעטל אין קוויבעק האט זי געמאלדן אז זי וועט אפשפארן דעם געשעפט מיט'ן אויסרייד אז עס פארדינט נישט גענוג געלט. דער שריט האט געברענגט גרויס אויפברויז צו וואל-מארט און מענטשן האבן דאס באצייכנט אלס א אומריכטיגע גאווה'דיגע שריט.

די איינציגסטע וואל-מארט מיט א יוניאן אין נארט אמעריקע געפינט זיך אין א שטעטל נעבן מאנטרעאל, קוויבעק. אין דייטשלאנד זענען אלע וואל-מארט'ס יוניאניזירט ווייל אנדערש וואלט זי נישט געקענט אריינקומען דארט. אויך אין בריטען זענען פאראן עטליכע יוניאניזירטע וואל-מארטס און עס איז מעגליך אז מער וועלן זיך יוניאניזירן.


עס האט גענומען וואל-מארט 41 יאר אנצוקומען וואו זי שטייט היינט אבער אנאליסטן שאצן אז עס וועט איר נאר געדויערן 5 יאר זיך צו טאפלן צו איר יעצטיגע סייז. מען שאצט אז ביז 010' וועט וואל-מארט מאכן א טריליאן דאלאר סעילס און וועט זיך פארשפרייטן צו נאך אסאך לענדער איבער די וועלט.

דער צוקונפט פאר וואל-מארט זעט אויס זייער גוט און מען קען נישט טראכטן אז עפעס אין די וועלט וועט אמאל אראפברענגן וואל-מארט. אבער די וועלט איז ווי א רעדל און קיין איין פירמע האט נאך נישט באוויזן צו בלייבן אין ביזנעס דור נאך דור. עס זענען שוין געווען גרעסערע ביזנעסער פון וואל-מארט וועלכע האבן זיך פארמאכט צענדליגער יארן שפעטער פון ווען זיי האבן זיך געעפענט.


וואל-מארט איז באקאנט פאר אירע ביליגע פרייזן וועלכע ברענגט איר אזויפיל קונדן איבער די וועלט אבער פון די אנדערע זייט איז וואל מארט אויך באקאנט אלס א פירמע וועלכע צאלט גאר שוואך אירע ארבעטער און טוט ווילדע און אוממענטשליכע טאקטיקן צו באקומען ביליגע פרייזן פון זייערע סופלייערס כדי זיי זאלן עס קענען פארקויפן פאר ביליג.

וויבאלד וואל-מארט איז א ריזיגע קייט געשעפט וויל יעדער פארקויפן פאר איר אבער איינמאל מען פאלט אריין אין אירע הענט קען זיין ביטער. וואל-מארט איז באוואוסט פאר'ן אפזאגן ארדערס וועלכע קומען אן 5 מינוט שפעט און וועט באזייטיגן א גאנצע שיפמענט פאר די מינדעסטע קלייניקייט וועלכע איר געפעלט נישט. מיט די גיגאנטישע סופלייערס קען וואל-מארט נישט מאכן אזעלכע קונצן ווייל דארט איז וואל-מארט אנגעוויזן אויפ'ן סופלייער (נעם א ביישפיל פראקטאר ענד געמבל. אויב וואל מארט זאל נישט האבן אירע פראדוקטן קען זי פארמאכן אירע געשעפטן). אבער ווען עס קומט צו קלענערע סופלייער איז וואל-מארט זייער ווילד מיט זיי. די פירמעס קענען זיך נישט אויסרעכנען מיט וואל-מארט ווייל אמאל קויפט זי אסאך און אמאל גארנישט. א פירמע וועלכע באקומט אן ארדער פון וואל-מארט באקומט אויך א דעדליין ווען די סחורה דארף ליגן אין די געשעפטן. אויב דער טרעילאר וועט אנקומען די די געיט 10 מינוט שפעט, אפילו אויב עס איז געשטאנען אין די ליניע אונטער די געשעפט אדער ווערהויז ווען אנדערע טרעילארס האבן זיך אפגעלאדענט איז די פירמע אומשטאנד אפצוזאגן די גאנצע זאך.

וואל-מארט צאלט גאר ווייניג פאר אירע ארבייטער וועלכע ציילן עפעס מער ווי אנדערהאלבן מיליאן. א דורכשניטליכער ארבייטער ביי וואל-מארט באקומט עפעס מער ווי דער מינימום געהאלט ווען אלע אנדערע סופערמארקעט קייטן צאלן צווישן 8 און 12 דאלאר פער שטונדע פאר א דורכשניטליכער ארבייטער. וואל-מארט ארבייטער באקומען איין שטונדע מיטאג (לאנטש) אבער זיי באקומען נישט באצאלט דערפאר, א מדת סדום אין די היינטיגע מאדערניזירטע וועלט. די ארבייטער באקומען שוואכע בענעפיטן און א קארגע 10 פראצענט דיסקאונט אין אירע געשעפטן.

וואלטן האט אראפגעשטעלט זיין פירמע מיט דריי הויפט צילן וועלכע זענען: רעספעקטירן דעם אינדיווידועל, סערוויס פאר די קאסטומערס, און צילן פאר דאס בעסטע. נאך צענדליגער יארן אין א סוקסעספול ביזנעס האט יעדער געוואלט וויסן וואס וואל-מארט סוד צו סוקסעס איז געווען. אין 92' האט סעם וואלטען ארויסגעגעבן א בוך מיט'ן נאמען "געמאכט אין אמעריקע" אין וועלכע ער עצה'ט די פאלגענדע 10 תקנות צו בויען א סוקסעספולע ביזנעס:

1) פארפליכטעט דיר צו דיין ביזנעס און גלייב אין איר מער ווי סיי וועמען. לערן דיר ליב צו האבן דיין ארבעט און ביזנעס און יעדע עקסטערע מינוט טראכט וואס נאך דו קענסט טאן בעסער צו מאכן דיין ביזנעס.

2) צעטייל דיינע פראפיטן מיט דיינע מיטארבייטער און באהאנדל זיי ווי זיי וואלטן געווען דיינע שותפים. דאס וועט זיי מאכן דיר באהאנדלן ווי א שותף און צוזאמען וועלן ענק אלע איבערקומען אלע ערווארטונגן. בלייב א קאאפאראציע (דאס טייטש נישט גיין פובליק) און האלט וואס מער קאנטראל אויב דו קענסט. אויב אייער ביזנעס איז אין די סטאק מארקעט שלאג פאר ביליגע סטאק אפשענס פאר דיינע ארבייטער ווייל דאס וועט זיי מאכן שפירן ווי א טייל פון די ביזנעס.

3) מאביליזיר דיינע ארבייטער און מאך זיי אויפקומען מיט נייע געדאנקן יעדן טאג. שטעל אראפ צילן וועלכע מען דארף דעגרייכן און זע אויב מען האט טאקע דעגרייכט דארט צו די באשטימטע צייט. טויש פאזיציעס צווישן דיינע ארבייטער ווייל אזוי וועט יעדער באקומען א פרישע חשק יעדע שטיק צייט.

4) קאמיוניקיר מיט דיינע ארבייטער ווי ווייט מעגליך. ווי מער זיי וועלן וויסן, אלס מער וועלן זיי פארשטיין, און ווי מער זיי וועלן פארשטיין אלס מער וועט עס זיי נוגע זיין. אויב זיי זענען געטריי צו די ביזנעס האלט נישט צוריק קיין שום אינפארמאציע פון זיי ווייל אויב יא וועלן זיי דאס שנעל דערשפירן און וועלן זיך מער נישט באטראכטן אלס א שותף. אינפארמאציע איז קראפט אין ביזנעס און די ביזנעס וועט מער פארדינען פון נישט באהאלטן ווי די מעגליכע שאדנ'ס וועלכע דאס קען ברענגן אויב די אינפארמאציע וועט אנקומען צום קאנקורענט.

5) פארגעס נישט צו דאנקן דיינע ארבייטער און אנערקענען זייער ארבעט, ספעציעל ווען זיי טוען עפעס מער וויפיל עס פארלאנגט זיך. ווערטער קאסט נישט גארנישט און איז ווערט א הון רב.

6) גראטוליר א סוקסעס און נוץ לצנות ווען עס פאסירט א טעות. זיך רעגן ווען עפעס גייט נישט גוט ברענגט נישט קיין גוטס אבער אויב איר נעמט דאס אן גרינג וועלן אייך די ארבייטער שעצן און זיך אנשטרענגן נאכמער נישט צו מאכן קיין טעותים מער ווי ביי א ביזנעס וואו דער באלעבאס ווארפט אן א שרעק צווישן די ארבייטער.

7) הער אויס יעדן איינעם אפילו אויב איר טראכט אז יענער ווייסט נישט אויף וועלכע וועלט ער איז. נאכמער, מאך זיכער אז יעדער האט א שאנס צו זאגן א מיינונג. פארגעסט נישט אז אפילו דער אומוויכטיגסטער ארבייטער איז אויך וויכטיג און וואס ער זעט קענט איר נישט זען.

8) פרובירט שטענדיג איבערצושטייגן די ערווארטונגן פון אייערע קאסטומערס. דאס וועט זיי מאכן צוריקקומען נאכאמאל און נאכאמאל. מאכט נישט אוועק קיין איין קאמפלעינט און צייגט דעם קאסטומער אז איר פארשטייט וואס ער/זי וויל.

9) רעדוצירט אייערע אויסגאבן צו דאס קלענסטע וואס מעגליך. א ביזנעס וואס גיט אויס צופיל געלט פאר די סעילס וועלכע זיי מאכן האט ווייניגער שאנסן צו בלייבן אין ביזנעס ווען עס קומט א שווערע צייט ווי די וואס גיבן אויס וואס ווייניגער.

10) פאלגט נישט נאך דעם קאנקורענט. אויב יענער טוט איין זאך טו דו א צווייטע זאך. מענטשן וועלכע אייך כסדר זאגן אז דאס וואס איר טוט איז נישט ריכטיג און איר וועט דערלייגן געלט. אויב איר האלט אנדערש לאכט אייך אויס און גייט אייער וועג.

  • פארמאגט בערך 1.5 מיליאן ארבייטער וואס איז מער ווי די סך הכל ארבייטער פון דזשי.עם., פארד, און איי.בי.עם. אינאיינעם.
  • בערך 128 מיליאן מענטשן באזוכן וואל-מארט געשעפטן פער וואך.
  • פארמאגט איבער 5,400 געשעפטן איבער די וועלט. אויב מען מאכט א דורכשניט קומט אויס אז די פירמע עפענט א נייע געשעפט יעדע 42 שטונדן זינט וואל-מארט איז אין ביזנעס.
  • די מערסטע סעילס פון סיי וועלכע פירמע איבער די וועלט אבער נישט די גרעסטע פארדינער.
  • גרעסטער איינקויפער פון כינע (ארום 12 ביליאן דאלאר א יאר). אויב וואל-מארט וואלט געווען א לאנד וואלט זי געווען די אכטע גרעסטע האנדלער מיט כינע, מער ווי רוסלאנד און בריטען.
  • גרינדער סעם וואלטנ'ס פרוי און קינדער (וואלטן איז געשטארבן אין 96') זענען פון די רייכסטע מענטשן אין די פאראייניגטע שטאטן. יעדע פון זיי פארמאגט כאטש 18 ביליאן דאלאר.
  • פארקויפט מער ווי 30 פראצענט פון אלע ווינדלען וואס ווערט פארקויפט איבער גאנץ אמעריקע.

קאנקורענץ מיט קאסטקא

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאטסטקא און וואל-מארט זענען לאנג יעריגע קאנקורענטן אין פארקויפן זאכן ביליג. אבער די צוויי פירמעס ווערן געפירט מיט גאר אנדערע פרינציפן וועלכע איז אן אפטע דיסקוסיע צווישן די הונדערטער טויזנטער ארבעטערס און די מיליאנען קונדן.


קאסטקא און וואל-מארט האבן ענלעכקייטן ווען ביידע פארמאגן ריזיגע ווערהויז געשעפטן (וואל-מארט איז די אייגנטומער פון סעמ'ס קלאב) אין וועלכע מעמבערס קענען קויפן מער קוואנטום פאר ביליגע פרייזן. אבער אין יסוד זענען די צוויי אנדערע סארט ביזנעסער, כאטש זיי זענען ביידע אין די זעלבע ליניע. ביידע פארקויפן אין די שווערע ביליאנען אבער וואל-מארט איז היבש שטערקער ווי קאסטקא ווען זי איז אמעריקע'ס גרעסטע ריטעיל קייט געשעפט און קאסטקא איז נאר די פינפטע אין די רייע.

וואל-מארט קאסטקא
גלאבאלע ארבעטער 1.5 מיליאן 113,000
אמעריקאנער ארבעטער 1.2 מיליאן 83,600
יוניאניזירטע ארבייטער אין אמעריקע 0 15,000
געשעפטן אין אמעריקע 3,600 336
גלאבאלע נעט ריווח (2006) 10.5 ביליאן 882 מיליאן
סי-אי-או געהאלט 5.3 $ מיליאן 350,000 $
ארבייטער אויפטוישונגען 50 פראצענט 24 פראצענט