באסניע און הערצעגאווינע
באסניע און הערצעגאווינע | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: Državna himna Bosne i Hercegovine מלוכהזינגליר פון באסניע און הערצעגאווינע | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | באסניש, קראאטיש, סערביש | ||||
הויפּטשטאָט | סאראיעווא 43°52′N 18°25′E / 43.867°N 18.417°E | ||||
רעגירונג | פעדעראלישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
|||||
גרינדונג דאַטום |
5טן אפריל 1992 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
51,129 קוואַדראַט ק"מ 125 אומוויכטיק | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
3,842,265 120 75 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $28,260 מיליאן (104ט) | ||||
וואַלוטע | מארק | ||||
צײַט זאָנע | צענטראלע אייראפע זייגער 1+ | ||||
אינטערנעט דאָמען | ba. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 387+ |
באסניע און הערצעגאווינע (באסניש, קראאטיש, סערביש גלחיש: Bosna i Hercegovina; באסניש און סערביש קיריליש: Босна и Херцеговина) איז א לאנד אין דרום־מזרח אייראפע. זי גרענעצט קראאטיע צו צפון, מערב און דרום, סערביע צו מזרח, און מאנטענעגרא צו דרום־מזרח. , באסניע און הערצעגאווינע האט נאר א קליינעם בארטן פון 26 ק"מ ביים אַדריאַטישן ים, ארום דער שטאט נעום.[1][2] דאס לאנד האט א סאך בערג, אבער ס'איז פלאך אין צפון־מזרח. רוב פון לאנד האט ווארעמע זומערן און קאלטע, שנייעדיגע ווינטערן, אבער דער דרומדיקער שפיץ האט א מיטלענדישן קלימאט.
דער שטח פון באסניע און הערצעגאווינע איז 51,000 קוואדראט ק"מ, און זיין באפעלקערונג איז 4,600,000. די באפעלקערונג באשטייט פון סערבישע (מערסטנס פראוואסלאוונער), באסניאקן (מוסולמענער) און קראאטן (קאטאליקן). די הויפשטאט איז סאראיעווא.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז באסניע און הערצעגאווינע געווען א פראווינץ אין דער אטאמאנישער אימפעריע. נאכהער איז זי געווארן א טייל פונעם נייעם לאנד יוגאסלאוויע. ווען יוגאסלאוויע האט זיך צעשפאלטן אין די אנהייב 1990ער יארן, איז דאס לאנד געווארן זעלבשטענדיג.
יידן אין באסניע און הערצעגאווינע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יידישע סוחרים האבן זיך באזעצט אין סאראיעווא אין 1541. די טערקן האבן אוועקגעשטעלט א יידישן פערטל אין סאראיעווא, און די יידן זענען געווען שטארק באגרענעצט, אזוי ווי אין אלע מוסולמענישע לענדער. ווען באסניע און הערצעגאווינע איז אריבער צו דער עסטרייך אונגארישער אימפעריע האבן די יידן באקומען עמאנציפאציע.
ביים צווייטן וועלט קריג זענען כמעט אלע יידן אין לאנד געשיקט געווארן צו די טויט לאגערן. היינט וואוינען אין לאנד אומגעפער 1,000 יידן.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Field Listing – Coastline (ארכיווירט 16.07.2017 ביי דער Wayback Machine), The World Factbook, 2006-08-22
- ↑ Bosnia and Herzegovina: I: Introduction (ארכיווירט 29.10.2009 ביי דער Wayback Machine), Encarta, 2006. 2009-10-31.