אנקארא
|
אַנקאַראַ (טערקיש: Ankara) איז די הויפטשטאט פון טערקיי און זיין צווייטע גרעסטע שטאט, נאָך סטאמבול. די שטאט איז הויך 938 מעטער איבערן ים שפיגל.[1] אין 2007 איז איר באַפֿעלקערונג געווען 3,901,201, כולל אכט דיסטריקטן אונטער דער שטאט'ס אדמינסטראציע.[2] אנקארא איז אויך די הויפטשטאט פונעם אנקארער פראווינץ.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז רוב פון דער אטאמאנישער אימפעריע געווען אקופירט. האט דער פירער פון דער טערקישער נאציאנאליסטישער באוועגונג, קעמאל אטאטורק, הויפטקווארטירט זיין ווידערשטאנד באוועגונג אין אנקארא אין 1920. נאך דער מלחמה פון אומאפהענגיגקייט, האבן די טערקישע נאציאנאליסטן געביטן די אטאמאנישע אימפעריע מיט דער רעפובליק פון טערקיי דעם 29סטן אקטאבער 1923. מיט עטלעכע טעג פריער, דעם 13טן אקטאבער, איז אנקארא געווארן די נייע הויפטשטאט אנשטאט סטאמבול.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Ankara, Turkey: Latitude, Longitude and Altitude
- ↑ Türkiye istatistik kurumu Address-based population survey 2007. Retrieved on 2008-10-09.